א לענגערע אפהאנדלונג אין די ׳ניו יארק טיימס׳ שטרייכט אונטער די זארג פון פילע אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט איבער די שוועריגקייטן צו אפערירן געהעריג אונטער די אומשטענדן וועלכע דער נייער סעקערטערי אף סטעיט האט אוועקעגשטעלט, דער סעקערטערי האט באשלאסן צו זיך קאנצעטרירן אויף דראסטישע רעפארם פון דעם דעפארטמענט, און האט איינגעפרוירן אלע נייע שטעלעס, דעריבער זענען צענדליגע פאזיציעס ליידיג און באשלוסן וועלכע ווערן געווענליך געמאכט דורך נידריגראנגיקע איינגעשטעלטע דארפן יעצט גענומען ווערן דורכ׳ן סעקערטערי דירעקט, א זאך וואס שאפט א שווערע ביוראקראטישע פלאנטער פאר דיפלאמאטן ארום די וועלט.

א ווארטזאגער פאר טילערסאן האט באשטעטיגט דעם פראבלעם אבער האט צוגעלייגט ״די סטעיט דעפארטמענט איז פארקריפלט נישט צוליב אונז, נאר מיר פרובירן יעצט צו פארריכטן צענדליגע יארן פון מיסברויך אין כאאס וואס האט געהערשט אין די פעדעראלע רעגירונג, דער סעקערטערי איז קאנצעטריט צו טרעפן א סטראטעגיע אז די דעפארטמענט זאל ארבייטן מער עפעקטיוו און מיט קלענער קאסטן״ צווישן אנדערע האט דער סעקערטערי אויפגענומען צוויי דרויסענדיגע פירמעס וועלכע זאלן עקזאמינירן די פראבלעמען פון די דעפארטמענט און אויפקומען מיט לעזונגען.

צווישן די שריט וועלכע טילערסאן האט גענומען ביים אריינקומען איז געווען צו אויפלעזן די טראדיציאנעלע ״טשעין אף קאמענד״ וואס באדייט אז אין געוויסע זאכן קענען נידריגערע באאמטע אליין נעמען באשלוסן, א זאך וואס האט געברענגט איבריגע קאסטן און אויסגאבן, צום ביישפיל צייכנט אן דער ווארטזאגער אז איבער 60 דיפלאמאטן ארבייטן אויף קלימאט טויש, א איבערגעטריבענע צאל לויט די מיינונג פונעם סעקערטערי, דערווייל אבער שאפט דאס א קריזיס אין די דעפארטמענט וויבאלד יעדע זאך נעמט לאנגע וואכן צו באשטעטיגן.

בילד: סטעיט דעפארטמענט אקטיוויטעטן כמעט גענצליך איינגעפרוירן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל