די פאזיציע פון קאמיוניקאציע דירעקטאר שטייט שוין צום צווייטן מאל ליידיג נאכדעם וואס אנטאני סקאראמוטשי איז געווארן אפגעזאגט פון די פאזיציע, און לויט באריכטן זוכט דער פרעזידענט צו אריינשטעלן אין די פאזיציע זיין נאנטע געהילף סטיווען מילער וועלכער דינט יעצט אלס עקאנאמישער ראטגעבער און רעדע שרייבער, ער איז אין די פארגאנגענהייט געווען דער קאמיוניקאציע דירעקטאר פון סענאטאר דשעף סעשאנס וועלכער דינט היינט אלס אטוירני דשענעראל, לויט באריכטן האט טראמפ שטארק געגליכן א אויפטריט פון מילער אין וועלכע ער האט פארטיידיגט די נייע אימיגראציע פאליסיס פון די אדמינסטראציע.
הוסף רשומת תגובה