דער נאצינאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער הערבערט אר. מעקמעסטער האט ווידערהאלט זיין באהויפטונג אז סוזען רייס די געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבערין פון פרעזידענט אבאמא איז נישט באגאנגען קיין אומלעגאלע אקט אינערהאלב די אויספארשונג ארום די רוסלאנד סקאנדאל אין וועלכע זי האט אויפגעדעקט נעמען פון פארשידענע שטאב מיטגלידער אינעם טראמפ קאמפיין. מעקמעסטער שטייט אויס א שווערע קאמפ אין די לעצטע טעג צוליב דעם וואס ער האט באזייטיגט פון זיין שטאב פארשידענע מיטגלידער וועלכע זענען געטריי צו זיין פארגייער מייקל פלין, פארשידענע טראמפ שטיצער באשולדיגן אים אין טיילן אינפארמאציע מיט סוזען רייס וועם זיי באשולדיגן אין באגיין א פארברעכן קעגן די טראמפ קאמפיין, אבער מעקמעסטער האלט זיך ביי דאס זייניגע, און האט באקומען שטיצע פונעם פרעזידענט צו פירן זיין שטאב לויט זיין אגענדע.

בילד: מעקמעסטער האלט זיך ביי זיין שטיצע פאר סוזען רייס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל