גרופעס וועלכע קעמפן פאר די ענווייערמענט, און הויפטזעכליך קעגן די פלענער פון די טראמפ אדמינסטראציע צו געבן מער רעכטן פאר גרויסע אויל קארפאראציעס צו גראבן פאר קוילן אין פאבליק לאנד, די פעדעראלע רעגירונג האט אראפגענומען א איינפרירונג וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט אויף פרישע קוילן גראבעריי אין ארום 250 טויזנט אקערלאנד וואס באלאנגט פאר די פעדעראלע רעגירונג, און פארשידענע אקטיוויסטן זאגן אז דאס שעדיגט טרונק וואסער און רואינירט די נאטור אין די געגענטער, און באשולדיגן די טראמפ אדמינסטראציע אין דינען די אינטערעסן פון די אויל פירמעס אנשטאט די אינטערעסן פון אמעריקע. 

די פעדעראלע אינטיריאר סעקעראר רייען זינקע ווערט באטראכט צו זיין א נאנטע פריינט פון די איינפלוסרייכע אויל לאבי אין וואשינגטאן, און האט שוין אין די לעצטע מאנאטן אראפגענומען פארשידענע באגרעניצונגען פון די אויל און קוילן אינדוסטרי, אריינגערעכנט א רעגולאציע וועלכע איז געווען געצילט צו איינצוימען די מאס לופט פארגיפטיגונג וואס די פירמעס מעגן אנמאכן, און אזוי אויך העכערע פעדעראלע שטייערן וואס זיי האבן געדארפט צאלן אונטער די אבאמא רעגולאציעס.

די גרופע האט ארויסגעשטעלט יעצט א ליסטע פון פרישע פעדעראלע באאמטע וועלכע ווערן נאמינירט צו די אינטיריאר און ענערגיע דעפארטמענט, און צייגן אן אז עס האנדלט זיך פון לאביאיסטן פאר די אויל לאבי וועלכע ווערן אויפגענומען אין די דעפאטרמענטס וועלכע דארפן אנגעבליך רעגולירן די אויל אינדוסטרי, און אנשטאט דעם קומען זיי אריין אין די דעפארטמענט צו דינען די אינטערעסן פון די גרויסע קארפאראציעס.

בילד: עוויירמענטאליסטן פראטעסטירן פרישע נאמינאציעס פאר ענערגיע דעפארטמענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל