פרעזידענט טראמפ האט היינט אינדערפרי דערקלערט אויף טוויטער אז זיין פאליטישע באזע איז ״גרעסער און שטערקער ווי סיי ווען״ ער האט דערמיט געוואלט אפשלאגן א רייע באריכטן אין די פרעסע וועלכע באריכטן איבער פארשידענע דעמאגראפישע גרופעס וועלכע האבן געשטימט פאר׳ן פרעזידענט אבער זענען אומצופרידן מיט די שטייטע פארשריט און איבער פארשידענע פאליסיס, ער צייגט אן אויף די רעקארד סטאק מארקעט ציפערן און די גוטע דשאבס באריכטן אלס פאקטארן וועלכע טוען מאטיווירן די פאליטישע באזע. די טוויט קומט נאכדעם וואס א קוויניפיק אנקעטע צייגט אז בלויז 33% פון וויילער זענען צופרידן פון דעם פרעזידענט׳ס ארבייט, און אפילו צווישן די דעמאגראפיק אין וועלכע ער איז געווען די שטערקסטע - נעמליך ווייסע אן א קאלעדש דעגרי - איז ער אויך שטארק געפאלן מיט בלויז 43% פראצענט שטיצע אין די גרופע קעגן 53% וואס האבן אויסגעדריקט שטארקע קעגנערשאפט, דאס איז א גרופע וועלכע האט געשטימט פאר אים מיט א איבערוויגנדע מערהייט פון 66%, די אנקעטע איז גענומען געווארן פאר די פאזיטיווע דשאבס רעפארט וואס האט ווארשיינליך עטוואס פארבעסערט זיינע ציפערן.

בילד: טראמפ: פאליטישע באזע איז שטערקער פון סיי ווען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל