די שיקאגא שטאט ראט האט אריינגעגעבן א אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט צו אפהאלטן די פעדעראלע רעגירונג פון אויספירן אן עקזעקיוטיוון באפעל פון פרעזידענט טראמפ וועלכע טוט פארבאטן צו שענקן פעדעראלע פאנדינג פאר סיטיס וועלכע האבן די ״סענקטשוערי סיטי״ פאליסי וואס באדייט אז די סיטיס געבן נישט קיין צוטריט פאר די פעדעראל אימיגראציע אגענטורן צו זייערע אינפארמאציע און אזוי אויך באגרעניצן זיי צוטריט צו די לאקאלע טורמעס פאר די אימיגראציע באאמטע. די קלאגע אין די פעדעראלע געריכט זאגט אז די עקזעקיוטיווע באפעל פונעם פרעזידנעט פאלעצט די קאנסטיטוציע און איז דעריבער אומגעזעצליך.

בילד: שיקאגא קלאגט אן די פעדעראלע רעגירונג איבער סענקטוערי סיטי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל