אילינאי – די שיקאגא סיטי רעגירונג האט נעכטן אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע, מיט'ן ציל צו פארמיידן די טראמפ אדמיניסטראציע פון אינפארסירן נייע פאליסיס וועלכע וועלן שניידן פעדעראלע געלטער פון שיקאגא און אנדערע אמעריקאנער שטעט. די טראמפ אדמיניסטראציע האט שוין באשטעטיגט א סעריע רעגולאציע טוישונגען, צו ברענגען נענטער א וואונטש פון פרעזידענט טראמפ, אז אזעלכע שטעט וועלכע וועלן נישט פולקאם קאאפערירן מיט די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן, וואס די שטעט האבן באקומען דעם צונאמען אלס "סענקשוערי סיטיס", ריזיקירן צו פארלירן פעדעראלע געלטער. לאיערס פאר דער שיקאגא רעגירונג זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע רעגולאציעס, צו פארלאנגען גאר פונקטליכע קאאפעראציע פון סיטי רעגירונגען איבער אימיגראנטן, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, און דעריבער שטייט שיקאגא אין א סיטואציע ווען זי דארף באשליסן צי ס'לוינט זיך צו פארלעצן די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, בלויז ווייל מ'וויל באקומען פעדעראלע געלטער.

בילד: שיקאגא קלאגט פעדעראלע רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל