נעבראסקע – רעגירונג אינספעקטארס אין נעבראסקע האבן נעכטן אנגעהויבן א פארהער איבער'ן מאסיוון "קיסטאון" אויל פייפליין, וואס עס איז דערווארט צו דויערן א וואך און וועט זיין די סאמע לעצטע באריקאדע פאר'ן פייפליין, געבויט דורך דער "טראנס-קאנאדע" פירמע, וועלכע ציט זיך שוין עטליכע יאר. דער פייפליין, וועלכע וועט זיך ציען לענגאויס עלף הונדערט מייל און ברענגען אויל זאמד פון קאנאדע קיין אמעריקע צו אמעריקאנער אויל רעפיינעריס, איז שוין א הייסע פאליטישע אישו עטליכע יאר אין אמעריקע, אנגעהויבן דערמיט וואס דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט אונטערגעשריבן א פארארדענונג דאס צו בלאקירן, צוליב זארגן אז עס וועט האבן שלעכטע אויסווירקונגען אויף די ענווייראמענט. איינס פון פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע שריט איז געווען אפצושאפן אבאמא'ס פארארדענונג, און ער האט געגעבן דעם פעדעראלן "אקעי" פאר'ן פראיעקט, אצינד איז פארבליבן בלויז די באשטעטיגונג וואס מ'דארף באקומען פון נעבראסקע, וויבאלד דער פייפליין וועט דורכלויפן אויף ארטיגע סטעיט טעריטאריע.

בילד: לעצטע באריקאדע פאר קיסטאון פייפליין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל