קאליפארניע – פייער אויספארשער אין קאליפארניע זאגן אז דאס מאסיווע וואלדפייער וואס האט פאסירט מיט 3 וואכן צוריק, וועלכע האט פארברענט 63 הייזער, האט זיך אנגעהויבן ווען עמיצער האט ארויסגעשאסן א קויל פון א רעוואלווער. דאס פייער האט געברענט נעבן די יאסעמיטי נעשאנעל פארק פאר עטליכע טעג, פארברענענדיג 127 אקער-לאנד, און 131 סטרוקטורן, אריינגערעכנט 63 הייזער. די אויספארשער זאגן אז עמיצער האט ארויסגעשאסן א קויל, וועלכע האט ארויסגעגעבן א קליינע פונק פייער, און פון דעם האט זיך דאס פייער אנגעהויבן פארשפרייטן, ווייל אין די עקסטרעמע היצן אין קאליפארניע'ס טרוקענע מדבר קלימאט, קען זיך א פייער אנהייבן פון דער מינדעסטער זאך. די אויטאריטעטן זוכן יעצט דעם אידענטיטעט פונעם פארשוין, און האבן דערווייל נישט געזאגט צי זיי פלאנירן קלאגעס קעגן אים.

בילד: קאליפארניע וואלדפייער פון געשאסענע קויל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל