מאנהעטן – די ניו יארק סיטי מעדיקל עקזעמינאר האט געמאלדן אז עס איז געלונגען צו אידענטיפיצירן איבערבלייבענישן פון דעם 1,641'סטן פערזאן וועלכער איז אומגעקומען אין די סעפטעמבער עלעווען אטאקע אויפ'ן ווארלד טרעיד צענטער. שטייענדיג כמעט זעכצן יאר נאך די אטאקעס, זענען נאך אלץ פערציג פראצענט פון די אומגעקומענע נישט אידענטיפיצירט, און די מעדיקל עקזעמינאר באאמטע ארבעטן העפטיג ווייטער צו אידענטיפיצירן וואס מער פון די איבערבלייבענישן. דער נאמען פונעם פריש אידענטיפיצירטן קרבן ווערט געהאלטן אין געהיים, אויפ'ן פארלאנג פון זיין פאמיליע (ערקלערונג: 2,753 מענטשן זענען אומגעקומען אינעם ווארלד טרעיד צענטער ביי די אטאקעס, און די ליסטע פון די אידענטיטעטן פון די אומגעקומענע איז אייביג קלאר געווען, נאר וואס דען? די רעדע איז פון אידענטיפיצירן פאקטישע באווייזן און מעגליכע איבערבלייבענישן פון אלע אומגעקומענע. הונדערטער פון די אומגעקומענע זענען אידענטיפיצירט געווארן אין די טעג, וואכן און מאנאטן נאך די אטאקעס, וויבאלד מ'האט געהאט גאנצע קערפער אדער קערפער-טיילן, אבער די דעסטרוקציע און ברוכווארג איז געווען אזוי מאסיוו, אז פון פילע קרבנות איז ליידער גארנישט איבערגעבליבן. די באאמטע האבן געזאמלט די-ען-עי סעמפלס פון די ברוכווארג און ארבעטן ביז היינט צו אידענטיפיצירן מער פון די אומגעקומענע. פון 1,112 אומגעקומענע האט מען דערווייל גארנישט געפונען.)

בילד: נאך א 9/11 קרבן אידענטיפיצירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל