לאנדאן – א פרישע שטודיע צייגט אז מענער וועלכע עסן צופיל צוקער זענען מער אויסגעשטאט צו ליידן גייסטישע פראבלעמען. ס'איז א באקאנטע זאך אז צוקער שאדט פאר דעם פיזישן געזונט פונעם מענטש, אבער די פרישע שטודיע פונעם "לאנדאן קאלעדזש", וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אין לויף פון 22 יאר און מיטגעהאלטן דעם לעבנסשטייגער און דיעטע פון זיבן טויזנט בריטישע בירגער, האט געצייגט קלאר אז מענער וועלכע נעמען אריין מער צוקער ווי רעקאמענדירט, האבן א 23 פראצענט שטערקערע שאנס צו ליידן פון דעפרעסיע. אינטערעסאנט איז אז די שטודיע האט קלאר געצייגט אז צוקער האט נישט דעם זעלבן נעגאטיוון אפעקט אויף פרויען, און נאך אן אינטערעסאנטע פונקט, אז אזעלכע וואס ליידן אויף דעפרעסיע, וועט זיי עס נישט ברענגען צו עסן מער זיסווארג. וויפיל איז "צופיל צוקער"? 67 גראם (2.3 אונסעס), לויט רוב געזונטהייט עקספערטן.


בילד: צופיל צוקער קען ברענגען דעפרעסיע 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל