אריזאנע – יעדער קען זיכער אידענטיפיצירן אין לעבן א באלעבאסטע, די ווייב, די מוטער אדער א שוועסטער, וועלכע פאדערט שטרענג יעדעס מאל איידער מ'קומט אריין אין שטוב אז מ'מוז אויסטאן די שיך... ווי פארשטענדליך, ווייסט מען שוין צו דערווארטן יעדעס מאל דעם שטרענגן באפעל און ס'קען צומאל זיין נערווירנד, מילד גערעדט. נעכטן איז אבער פובליצירט געווארן אן אינטערעסאנטער באריכט, דורך וועלכע וויסנשאפטליכע זענען געקומען צום אויספיר אז דער פארלאנג פון געוויסע באלעבאסטעס אויסצוטאן די שיך איידער'ן אריינקומען אינדערהיים, האט אייגנטליך א הסבר, און נישט סתם ווייל די באלעבאסטעס האבן זיך נארוואס געענדיגט פלאגן אויפצורייניגן און ווילן נישט שמוציג מאכן די פאדלאגע. דאקטער טשארלס גערבא, פון אוניווערסיטעט אוו אריזאנע, האט דורכגעפירט אן עקספערימענט, קויפנדיג א נייע פאר שיך וואס ער האט אנגעטאן און ארומגעגאנגען דערמיט פאר בלויז צוויי וואכן. דערנאך האט ער די שיך גענומען צו זיין לאבאראטאריע, און אונטער'ן מיקראסקאפ, האט ער אידענטיפיצירט 440,000 באזונדערע סארט באקטעריעס אויף די הונטערשטע זוילן! צווישן די באקטעריעס איז געווען די שעדליכע "אי-קאליי".

בילד: אויסטאן די שיך!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל