ירושלים – דער ירדנ'ער קעניג אבדולא האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך ביים פאלעסטינער אויטאריטעט פרעזידענט מוכאמעד אבאס אין ראמאלא, צום ערשטן מאל אין פינף יאר. אבדולא'ס באזוך קומט אין שאטן פונעם הר הבית קריזיס, וואו לויט אלע באריכטן האט דאס ירדנ'ער קעניגרייך געשפילט א גרויסע ראלע אין לייגן דרוק אויף דער מדינת ישראל רעגירונג, זיי זאלן אוועקנעמען אלע צוגעלייגטע זיכערהייט מאסנאמען וועלכע האבן געברענגט א כוואליע פון אויפברויז און פראטעסטן דורך דער אראבישער באפעלקערונג. לויט די באריכטן, האבן אבדולא און אבאס דיסקוסירט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און ספעציפיש טראמפ'ס ווילן צו עררייכן א שלום צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. אבדולא איז אריינגעפארן קיין ראמאלא מיט א העליקאפטער, וואס באדייט אז די מדינת ישראל רעגירונג האט אומווילנדיג געמוזט קאאפערירן און עס העלפן קאארדינירן, אבער אבדולא האט זיך נישט געטראפן מיט ביבי'ן, וואס איז געווען דירעקט אראנדזשירט אזוי, צו צייגן דעם קעניג'ס אומצופרידנהייט מיט דער מדינת ישראל רעגירונג איבער'ן הר הבית קריזיס.


בילד: ירדנ'ער קעניג אבדולא באזוכט ראמאלא

בילד: ירדנ'ער קעניג אבדולא באזוכט ראמאלא

בילד: ירדנ'ער קעניג אבדולא באזוכט ראמאלא

בילד: ירדנ'ער קעניג אבדולא באזוכט ראמאלא











קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל