מאנילא – דער פיליפינער פירער, ראדריגא דוטארטעי, האט נעכטן זיך באגריסט מיט'ן אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, רעדנדיג מיט גרויס איינגעהאלטנקייט און איידלקייט, וואס איז אנדערש ווי זיין געווענליכן סטיל. דוטארטעי איז באקאנט מיט זיינע באמבאסטישע סטעיטמענטס און ווילדן צוגאנג, באזונדער זיינע אנטי-אמעריקאנער מעסעדזשעס אין די לעצטערע מאנאטן, א שטייגער ווי דאס וואס ער האט געזאגט עטליכע וואכן צוריק אז ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו באזוכן "די שמוציגע" פאראייניגטע שטאטן – אבער ביי זיין צוזאמטרעף מיט טילערסאן, האט ער זיך באצייכנט אלס "אמעריקע'ס באשיידענער פריינט פון אזיע". ער האט געזאגט פאר טילערסאן אז ער פרייט זיך אים צו זען, און אז ער איז געקומען אין א צייט ווען די וועלט שטייט נישט אזוי גוט, באזונדער מיט דער אנגעצויגנקייט אין קארעא און דער געפעכט אינעם דרום כינע ים, צולייגנדיג אז "אויך ביי ענק אין אמעריקע איז אומרואיג, ענק האבן אינלענדישע פראבלעמען, און מיר זענען ביידע פריינט".

בילד: פיליפינער פירער רעדט מיט דרך ארץ...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל