פאריז – די גוטע צייטן און געשמאקע ערשטע וואכן וואס יעדעס לאנד גיט געווענליך פאר א ניי-ערוויילטן פירער, איז שוין געקומען צו אן ענדע פאר'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון. ער איז דערוועלט געווארן מיט אביסל מער ווי 2 מאנאטן צוריק, אריינקומענדיג מיט א שטארקן מאכט און האבנדיג א שטארקע נאכפאלגערשאפט פון מיליאנען פראנצויזישע בירגער וועלכע האבן געקוקט אויף אים מיט שעצונג און רעספעקט, האפנדיג פאר א נייע עפאכע אין לאנד. למעשה האט שוין מאקרון'ס גלאנץ זיך עטוואס אפגעטאן, און עטליכע אנקעטעס וועלכע זענען נעכטן ערשינען צייגן, אז ער האט פארלוירן צען פראצענט פון זיינע שטיצער, וואס איז די שנעלסטע רעדוקציע אין שטיצע פאר א פראנצויזישן פרעזידענט זינט דזשאק שיראק האט געדינט אלס פרעזידענט אין די 990'ער יארן. בעיקר זענען די לינקע אנטוישט אז מאקרון פלאנירט לויזער צו מאכן ארבעטער-רעכטן געזעצן און אפצושטעלן געוויסע רעגירונג געלטער.

בילד: מאקרון'ס גוטע צייטן אפיציעל געענדיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל