פיליפינען – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אין א סטעיטמענט, אז ער זעט אז די רוסישע רעגירונג איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט די פאראייניגטע שטאטן און אויסארבעטן די דיפערענצן צווישן די צוויי לענדער, מיט'ן ציל צו באנייען פריינטליכע און דיפלאמאטישע באציאונגען.

טילערסאן'ס קאמענטארן קומען אין א צייט וואס די צוויי לענדער זענען פארמישט אין א דיפלאמאטישער קריג, נאכדעם וואס רוסלאנד האט פארארדענט מער ווי 700 אמעריקאנער דיפלאמאטן צו פארלאזן מאסקווע אין די קומענדיגע פאר וואכן.

טילערסאן האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, ביי א זיכערהייט סאמיט אין די פיליפינען, וואו ער האט געהערט פון לעווראוו אז רוסלאנד איז וויליג זיך אראפצוזעצן און רעדן איבער'ן צושטאנד אין אוקראינע, וואו א פייער אפשטעל אפמאך, וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן אין יאר 15', ווערט נאכאנאנד פארלעצט דורך די רוסלאנד-געשטיצטע רעבעלן. טילערסאן האט אויך געזאגט אז ער האט איבערגעגעבן פאר לעווראוו אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט אום סעפטעמבער 1 ארויסגעבן אן אפיציעלע רעאקציע, און מעגליכע נקמה, איבער די 700 ארויסגעווארפענע דיפלאמאטן.

בילד: טילערסאן: אמעריקע און רוסלאנד זענען גרייט צו באנייען באציאונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל