טאָקיאָ - נאָך א נאטורליכע אומגליק האט באטראפן יאַפּאַן, פארזעצענדיג א כאַאָטישע זומער מיט טויטליכע פארפלייצונגען, טייפונס, ערדציטערנישען, מאַראַסט גליטשן און היץ כאוואליעס.

כאטש זיבן מענשטן זענען שוין באריכטעט געווארן טויט, נאכדעם וואס א ערדציטערניש האט אויפגעשאקלט די צפון אינזל האָקיידאָו, ביי א שטארקייט פון 6.2 אויפן ריכטערוואג, וואס האט פאראורזאכט מאַראַסט-גליטשן וואס האט באגראבן אסאך היימען. ווי אויך זענען אסאך באגראבן אין די ברוכווארג פון צוזאמגעפאלענע געביידעס, און רעטונגס אגענטן ארבעטן צו ראטעווען די באטראפענע. זעהט בילדער.

מער פון הונדערט און פופציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן פון די ציטערניש, מערסטענס אין סאַפּאָראָ. צענדליגע פעלן אין אַסטומאַ, נעבן די עפּי-צענטער פון די ערדציטערניש, וואו פיר פון די טויטע זענען אומגעקומען.

כמעט דריי מיליאן הייזער זענען געבליבן אהן קיין עלעקטעריציטעט (זעהט ווידיאָ), נאכדעם וואס די הויפט קראפט סטאנציע האט פארלוירן אין אפעראציע און אויפגעהערט צושטעלן ענערגיע פאר די גריד.

בילד

👈 זעהט נאך בילדער און ווידיאָס



בילד: א מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו
א מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו

בילד: הייזער צעשטערט פון די מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו
הייזער צעשטערט פון די מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו

בילד: הייזער צעשטערט פון די מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו
הייזער צעשטערט פון די מאַראַסט גליטש אין אַטסומאַ, אין האָקיידאָו

בילד: שווערע מאַראַסט גליטשן
שווערע מאַראַסט גליטשן

בילד: שווערע מאַראַסט גליטשן
שווערע מאַראַסט גליטשן

בילד: רעטונגס מאנשאפט זוכט צווישן די ברוכווארג
רעטונגס מאנשאפט זוכט צווישן די ברוכווארג

בילד: רעטונגס מאנשאפט זוכט צווישן די ברוכווארג
רעטונגס מאנשאפט זוכט צווישן די ברוכווארג

בילד: קורצשלוס נאך די ערדציטערניש
קורצשלוס נאך די ערדציטערניש

ווידיא פון די לופט, ווייזט די שרעקליכע חרבנות פון די מאַראַסט גליטשן

ווידיא ווייזט די מינוט וואס די שטאט פארלירט עלעקטעריציטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל