טאקיא – בלויז געציילטע וואכן נאכדעם וואס מאסיווע פארפלייצונגען האבן אומגעברענגט איבער צוויי הונדערט פון אירע בירגער און געברענגט אז 1.6 מיליאן איינוואוינער זאלן ווערן היימלאז, פלאגט זיך יאפאן מיט נאך אן ערנסטע נאטור-קאטאסטראפע, ווען א היץ כוואליע האט זיך אראפגעלאזט אין לאנד, און עס האט שוין דערווייל אומגעברענגט 70 מענטשן. ווי מען הערט פון ארטיגע וועטער באאמטע, האט דער וועטער נעכטן דערגרייכט צו 106 דעגרי פארנהייט אין איין געגנט, וואס דאס איז די סאמע הייסטע וועטער אין יאפאן'ס רעקארדירטע היסטאריע. די וועטער באאמטע זאגן אויך, אז זיי דערווארטן די שרעקליכע היצן אנצוהאלטן פאר נאך צוויי וואכן מינימום.
הוסף רשומת תגובה