דמשק – די רוסישע רעגירונג האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג, איינצושטעלן א גרויסע זאנע פון צענדליגער מייל, צווישן די איראנער קרעפטן אין סיריע, און די סירישע גרעניץ מיט מדינת ישראל. לויט'ן פארשלאג, וועט אוועקגעשטעלט ווערן 62 מייל צווישן וואו די איראנער קרעפטן געפינען זיך אין סיריע, און וואו דער גרעניץ צווישן סיריע און מדינת ישראל הייבט זיך אן. דער פארשלאג איז צו פארזיכערן מדינת ישראל אז די איראנער קרעפטן אין סיריע וועלן נישט קענען טשעפען מיט מדינת ישראל, אבער איזראעלישע אויטאריטעטן ווילן א פארזיכערונג אז מען וועט אויך אוועקנעמען אלע מיסילס פון די איראנער קרעפטן וועלכע קענען קומען נענטער ווי 62 מייל פון אירע גרעניצן.
הוסף רשומת תגובה