טעהראן – דער אויסטויש פון שארפע סטראשונקעס צווישן אמעריקע און איראן, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, ווען איראנער רעגירונג באאמטע האבן רעאגירט צו טראמפ'ס שארפן מעסעדזש פון זונטאג שפעט אויפדערנאכט. טראמפ האט געהאט געשריבן מיט גרויסע דיקע בוכשטאבן, אז איראן זאל זיך נישט וואגן צו סטראשען אמעריקע, ווייל אויב יא וועט איראן ליידן קאנסעקווענצן וואס כמעט קיינער אין היסטאריע האט נאכנישט געליטן. דערויף האט מען געהערט פון מוכסאן ראזאאי, א הויכראנגיקער באאמטער פון די איראנער רעוואלוציאנערע גארד, וועלכער האט געזאגט אז איראן קען זייער גרינג "אנקומען" צו די צענדליגער טויזנטער אמעריקאנער טרופן וועלכע זענען סטאנציאנירט אין לענדער ארום איראן.
הוסף רשומת תגובה