וואשינגטאן – א פרישער פאליטישער שטורעם איז נעכטן אנטשטאנען, ווען דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ באטראכט א פלאן אוועקצונעמען די "סעקיוריטי קלערענס" פון עטליכע געוועזענע הויכראנגיקע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע, וואס באדייט אז זיי וועלן מער נישט האבן קיין צוטריט צו רעגירונגס קלאסיפייד דאקומענטן.

לויט'ן ווייסן הויז, קלערט טראמפ אוועקצונעמען די סעקיוריטי קלערענס פון געוועזענעם סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען, געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער סוזען רייס, געוועזענער דעפיוטי עף-בי-איי דירעקטאר ענדרו מעקעיב, געוועזענער ען-עס-עי דירעקטאר מייקל העידען, און געוועזענער נאציאנאלער שפיאנאזש דירעקטאר דזשעימס קלעפער.

די אלע דערמאנטע באאמטע, זענען אין דער עפנטליכקייט שוין ארויסגעקומען קריטיקירן טראמפ אין לויף פון די לעצטע איינס און א האלב יאר, און ספעציפיש אראפגעריסן דעם פרעזידענט איבער דער אישו פון רוסלאנד, און גאנץ לעצטנס איבער דעם סאמיט צווישן טראמפ און פוטין. עס איז דער סדר אז הויכראנגיקע געוועזענע רעגירונג באאמטע פארבלייבן מיט זייער רעכט צו האבן צוטריט צו קלאסיפייד דאקומענטן.

דאס ווייסע הויז האט פארטיידיגט דעם אקט, קעגן קריטיק פון די דעמאקראטן, וועלכע האבן געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון די געוועזענע באאמטע, דורכ'ן זיי באשטראפן בלויז ווייל זיי דרוקן אויס אין פובליק זייערע מיינונגען. דאס ווייסע הויז זאגט אז טראמפ גלייכט נישט דעם וועג וויאזוי די געוועזענע באאמטע טוען "פאליטיזירן" די שפיאנאזש אגענטורן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל