קאליפארניע – א איד וועלכער האט געדינט אין דעם אמעריקאנער מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג, איז ענדליך געברענגט געווארן לקבורה, נאכדעם וואס ער איז פאר איבער זיבעציג יאר געווען פארלוירן. די רעדע איז פון דוד רויזענקראנץ, וועלכער איז באקאנט אלס א העלד אין אמעריקאנער מיליטערישע היסטאריע, וויבאלד ער איז בטעות אראפגעלאזט געווארן מיט א פאראשוט ביים צווייטן וועלט קריג, אין צענטער פון א פיינטליכע איטאליענער מיליטערישע איינהייט, אינאיינעם מיט נאך א זעלנער, און די גאנצע איטאליענער איינהייט, וועלכע איז באשטאנען פון 200 זעלנער, האבן זיך אונטערגעגעבן פאר די צוויי אמעריקאנער זעלנער. רויזענקראנץ'ס קערפער איז ערשט אידענטיפיצירט געווארן מיט 3 מאנאטן צוריק, מער ווי 70 יאר נאכ'ן פארלוירן ווערן ביים קריג, און אצינד איז ער געקומען לקבורה.
הוסף רשומת תגובה