אמסטערדאם – א מוניציפאלע רעגירונג אין האלאנד איז אויסגעלויבט געווארן, נאכדעם וואס זיי האבן בלאקירט א טערקישן דעוועלאפער פון פארוואנדלען אן ארטיגן שוהל אלס א רעסטוראנט. די רעדע איז פונעם היסטארישן בית המדרש וועלכע געפינט זיך אין דעווענטער, אויף דער גאהל גאס. עס איז געבויעט געווארן אין שנת תרנ"ב דורך מולאק הויער. דאס בית המדרש איז אנגעגאנגען יארן לאנג אלס דער איינציגסטער גרויסער שוהל אין דעווענטער, אבער ליידער ביים צווייטן וועלט קריג, נישט לאנג נאכדעם וואס די נאציס ימ"ש האבן אינוואדירט האלאנד, האבן מיטגלידער פון די האלאנדישע נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי געשטורעמט דעם שוהל. דער דעוועלאפער אייאן שאהין האט עס לעצטנס אפגעקויפט און געוואלט פארוואנדלען אלס א רעסטוראנט, אבער נאך ביטעס פון ארטיגע אידן האט די מוניציפאלע רעגירונג עס בלאקירט, און ס'וועט פארבלייבן א שוהל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל