וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן גאר שארף אטאקירט דעם "וואשינגטאן פאוסט", נאכדעם וואס די צייטונג האט באריכטעט אז טראמפ איז גערעגט און אומגעדולדיג פארוואס די געשפרעכן מיט צפון קארעא פארשלעפן זיך. טראמפ זאגט אז דער וואשינגטאן פאוסט דינט נישט מער ווי א לאביאירונג פירמע פאר דעם עמעזאן גרינדער, דזשעף בעזאס (פאר וועמען דער פאוסט באלאנגט), וועלכער וויל באשיצן עמעזאן'ס אינטערעסן אין וואשינגטאן. טראמפ זאגט, אז דער וואשינגטאן פאוסט פארלירט געלט, און אויך אז עמעזאן גייט אנהייבן פארלירן געלט, וויבאלד דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז עמעזאן מוז אנהייבן בעטן סעילס-שטייערן פון אלע קאסטומערס. טראמפ האט באזונדער געסטראשעט, אז דער פעדעראלער פאסט אפיס וועט הייבן די פרייזן פאר עמעזאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל