נארט קאראליינע – די רעפובליקאנער פארטיי האט געמאלדן, אז זיי האבן אויסגעוועלט די שטאט שארלעט, נארט קאראליינע, אלס דער גאסטגעבער פאר'ן קאנווענשאן פון דער פארטיי אין יאר 2020, וואו ס'איז דערווארט אז די רעפובליקאנער פארטיי וועט נאכאמאל נאמינירן טראמפ. רעפובליקאנער אין נארט קאראליינע האבן געזאגט, אז דאס אז די סטעיט גייט דינען אלס גאסטגעבער פאר'ן קאנווענשאן, צייגט אז די נארט קאראליינע איינוואוינער זענען צופרידן פון פרעזידענט טראמפ, און טוען שטארק בענעפיטירן פון טראמפ'ס עקאנאמישע פאליסיס. עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל וואס פארטיי קאנווענשאנס קומען פאר אין שארלעט, נאך אין יאר 2012 האבן פרעזידענט אבאמא און די דעמאקראטן דארטן אפגעהאלטן זייער קאנווענשאן, ווען אבאמא איז געלאפן פאר ווידערוויילונג.
הוסף רשומת תגובה