וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן באשטעטיגט דעם פענטאגאן באאמטער ראבערט ווילקי, איבערצונעמען די פאזיציע אלס סעקרעטאר פון די פעדעראלע וועטעראנס אפעירס דעפארטמענט. ווילקי איז פרעזידענט טראמפ'ס דריטער אויסוואל פאר'ן אמט, נאכדעם וואס טראמפ'ס ערשטער סעקרעטאר דעיוויד שאלקין איז ארויסגעווארפן געווארן צוליב סקאנדאלן, און דער ווייסער הויז דאקטער ראני דזשעקסאן, וועמען טראמפ האט געהאט נאמינירט איבערצונעמען שאלקין, האט זיך געמוזט ארויסציען צוליב סקאנדאליעזע אויפדעקונגען. ווילקי איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט אין אן אומפארטייאישן אפשטימונג, קריגנדיג 86 שטימען, און בלויז 9 האבן געשטימט קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל