ניו יארק – שווערע רעגן שטורעמעס האבן נעכטן געבוזשעוועט אינעם מיד-אטלאנטיק ראיאן פון די פאראייניגטע שטאטן, פירנדיג צו פארשפעטיגטע פליגערס, מאסיווע זינק-לעכער, און שאפנדיג "פלעש פלאד" פארפלייצונגען אין עטליכע סטעיטס. די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט נעכטן געהאט אקטיווע דרייסיג פארפלייצונג ווארענונגען אין פילע סטעיטס, אנגעהויבן פון מזרח נארט קעראליינע און געענדיגט ביי דרום ניו יארק סטעיט, און דער ראיאן איז געווען ערווארטעט צו באקומען צווישן 3 ביז 5 אינטשעס רעגן. אין ניו יארק ערווארט מען אז די רעגנדיגע וועטערס וועלן אנהאלטן ביז ענדע וואך, ווען מ'וועט באקומען עטליכע זוניגע טעג, בעפאר קומענדיגע וואך ווען ס'וועט פונדאסניי רעגענען עטליכע טעג אין א ציה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל