וואשינגטאן – מער ווי 450 אימיגראנטן עלטערן, וועלכע זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע קינדער ביים אריינקומען אין אמעריקע אומלעגאל אונטער די "זערא טאלעראנץ" פאליסי פון די טראמפ אדמיניסטראציע, געפונען זיך שוין נישט אין אמעריקע, און זענען דעפארטירט געווארן אנדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט זיכער געמאכט אז זיי באקומען צוריק זייערע קינדער. דער פאקט איבער די דעפארטירטע עלטערן אן זייערע קינדער, איז מען נעכטן געוואויר געווארן, ווען די פעדעראלע רעגירונג אינאיינעם מיט די ליבעראלע "עי-סי-על-יו" האבן אריינגעגעבן דאקומענטן אין געריכט איבער דעם. ביידע זייטן בעטן זיך ביים געריכט, צו פארלענגערן דעם דעדליין ביז ווען די רעגירונג מוז האבן פארטיג די פאמיליע פאראייניגונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל