מאנהעטן – די באקאנטע ניו יארקער צייטונג "ניו יארק דעילי ניוז" האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן שניידן זייער שטאב אין העלפט, און דער הויפט רעדאגירער, דזשים ריטש, איז אויפגעזאגט געווארן. די צייטונג איז פארקויפט געווארן פאר דער מידיא פירמע "טראנק" מיט א יאר צוריק, פאר דער סימבאלישער לעכערליכער סומע פון בלויז איין דאלאר, און פאר דעם געלט האט "טראנק" איבערגענומען די צענדליגער מיליאנען דאלארן אין חובות וואס די צייטונג האט זיך אנגעזאמלט אין לויף פון די לעצטע יארן. אין אן אימעיל צו אלע פארבליבענע איינגעשטעלטע, האט טראנק געזאגט אז די צייטונג וועט פון היינט און ווייטער זיך אפגעבן מיט דעקן "קרימינאליטעטן, ציווילע יוסטיץ און פובליק פאראנטווארטליכקייט". גאווערנאר קאומאו האט קריטיקירט דעם באשלוס, זאגנדיג אז טראנק האט געשניטן די שטאב, אהן דעם וואס זיי זאלן אפילו בעטן פון די סטעיט מעגליכע הילף.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל