בעיזשינג – הונדערטער טויזנטער וואקסינען, וועלכע זענען צוגעשטעלט געווארן אין די לעצטערע מאנאטן און יארן פאר קינדער אין כינע, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש און אומווירקזאם. לויט דער אינפארמאציע וואס איז דערווייל ארויסגעגעבן געווארן פאר'ן פובליק, זענען אמווייניגסטנס צוויי סארט וואקסינען – איינס פאר "רעיביס" און דאס צווייטע פאר "דיפטעריע" און "טעטענוס" – געפונען געווארן צו זיין פעלערהאפטיג און אומווירקזאם. ווי די אויטאריטעטן זאגן, האבן זיי שוין אידענטיפיצירט 113,000 סעמפלס פון די רעיביס וואקסינען וועלכע זענען פעלערהאפטיג פאבריצירט געווארן, און א ס"ה פון א פערטל מיליאן פון די אנדערע וואקסינען וועלכע זענען פעלערהאפטיג. דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט שוין רעאגירט צו דער אויפדעקונג, זאגנדיג אז "דער אינצידענט איז גרויזאם און שאקירנד".
הוסף רשומת תגובה