סיאטעל – אויטאריטעטן אין וואשינגטאן סטעיט האבן נעכטן פובליצירט א קאמיש בילד, פון א געזוכטן פארשוין וועלכער האט זיך אויסבאהאלטן אין א וועש-טרוקענער מאשין. די אויטאריטעטן האבן געגעבן צו פארשטיין, אז זיי האבן באקומען א טעלעפאן רוף פון עמיצן וועמען דער קרימינאלער פארשוין איז איבערגעפאלן, אז יענער באהאלט זיך ערגעצוואו אין זיין (דעם קרבן'ס) היים. איז די פאליציי אנגעקומען, אנגעהויבן זוכן אין יעדן ווינקל, געעפנט יעדן קלאזעט און לעכל אינעם היים, צו טרעפן דעם געזוכטן פארשוין. אנקומענדיג אין לאנדרי צימער, זענען די פאליציי אפיצירן איבערראשט געווארן, צו טרעפן וויאזוי דער געזוכטער באהאלט זיך אינעם טרוקענער-מאשין. זיי האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן און געכאפט א שנעלן בילד פון דער קאמישער סצענע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל