נפתלי מאסטער האט נעכטן אריינגעגעבן א קלאגע אין די פעדעראלע געריכט קעגן די נ.י. גאווערנאר ענדרו קאומאו, די נ.י. קאַנצלער פאר די באורד אוו רעגענטס (באשיידט די מינימאלע סדר הלימוד פון אלע שולעס) בעטי רויזא, און די קאמישאנער פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט מעריעלען עליא.

די קלאגע איז געקומען צוליב די פטור פאר היימישע מוסדות נישט צו דארפן זיך צושטעלן צו די סטאַנדאַרדס פון לימודי חול וואס פובליק סקולס לערנען. ער האט ארייגעגעבן די קאלגע אונטער די נאמען פון זיין יאפעד (יונגע אדוואקאטן פון יושר'דיגע חינוך) ארגאניזאציע, טענה'דיג אז די פטור איז קעגן די קאנסטיטוציע וואס לאזט נישט געבן ספעציעלע באהאנדלונגן פון געוויסע מוסדות.

די פערלס (עלטערן פאר חינוך און רעליגיע פרייהייט אין שולעס) ארגאניזאציע האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, אז "די קלאגע קייעט איבער אלטע בילבולים איבער ישיבות וואס יאפעד האט שוין געשריבן אויך טוויטס, פעיסבוק און פרעסע מעלדונגען". א סטעיט עדיוקעשאן ווארטזאגער האט נישט געענטפערט צו נאכפראגעס.

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

בילד

דאקומענטן

די מעמאראנדום וואס גיט די פטור


די קאלגע אין די פעדעראלע געריכט



די אנטווארט פון די פערלס ארגאניזאציע

די אנטווארט פון די פערלס ארגאניזאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל