טאקיא – איינוואוינער אין מערב יאפאן זענען נעכטן געווען פארנומען מיט דער אויפרייניגונג ארבעט, נאכדעם וואס עס האט פאסירט דארטן זונטאג נאכט א מאסיווע ערדציטערניש. די ערדציטערניש, געשאצט ביי א שטארקייט פון 6.1 אויפן ריכטערוואג, האט בעיקר באטראפן אוסאקא, יאפאן'ס צווייט-גרעסטע שטאט, אומברענגענדיג פיר מענטשן און פארוואונדענדיג הונדערטער אנדערע, בשעת גרויסע ווענט און געביידעס זענען אומגעפאלן, און גאז רערן האבן געפלאצט, פאראורזאכנדיג העלישע פייערן.

איינע פון די טויטפעלער זענען באזונדער באוויינט געווארן איבער'ן לאנד, ווען א 9 יעריג מיידל איז אומגעקומען בשעת'ן שפאצירן צו סקול און א וואנט איז ארויפגעפאלן אויף איר. די טראנספארטאציע איז פאראליזירט געווארן אין אלע ארומיגע פארנומענע ביזנעס ראיאנען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל