ארה"ק – מיט צער און ווייטאג האט כלל ישראל נעכטן אויפגענומען די בשורה לא טובה, איבער דער פטירה פון הגאון הצדיק, עמוד התורה והוראה, רבי אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל, לאנגיעריגער רב און מנהיג פון דער אידישער קהילה אין מעלבוירן, וועלכער איז נעכטן אינדערפרי נסתלק געווארן אין עלטער פון 85 יאר, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

די פטירה פונעם גרויסן רב זצ"ל קומט ממש געציילטע וואכן נאכדעם וואס ער האט זיך פלוצלינג געזעגנט פון דער קהילה אין מעלבוירן, אויסטראליע, זיך ציענדיג קיין ארץ ישראל, וואו ער האט זיך באזעצט אין בית שמש, שוין זייענדיג דאן אין א שווערן געזונט צושטאנד, און וועלנדיג זיך געפינען נעבן זיין טאכטער און איידעם וועלכע וואוינען אין בית שמש, אבער קיינער האט זיך נישט געגלייבט אז אזוי שנעל נאכ'ן פארן קיין ארץ ישראל, וועט דער רב שוין צוריקגעבן זיין נשמה לאדון כל.

די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד דק"ק וויזשניץ-בית שמש, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילצאליגע אידן און חשוב'ע רבנים ואדמורי"ם שליט"א פון לענגאויס ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד פאר'ן חשוב'ן רב זצ"ל, און אן אבל יחיד האבן די אידן פון בית שמש געשפירט, נאכ'ן פארלירן דעם רב, וועמען זיי האבן אזוי קורץ געהאט די זכי' אנצורופן א שכן.

בילד




הגה"צ רבי אברהם צבי זצ"ל איז געבוירן אין דער שטאט ניר-באגאד, אונגארן בשנת תרצ"ב. ווען דער בעלזער רב הרה"ק מהר"א זי"ע האט אפגעשטאט א באזוך אין בודאפעסט און געזען דאס קליין אינגל אברהם צבי אינאיינעם מיט זיין ברודער, האט ער געצייגט מיט די פינגער אויף די צוויי, אנצייגנדיג ווי זענען א ביישפיל מיט זייער עזות דקדושה גייענדיג מיט די פיאות אינדרויסן.

גם כי אלך בגיא צלמות, נאכדעם וואס דער רב זצ"ל האט דורכגעלעבט די ביטערער קריג, פארלירנדיג פילע פון זיינע פאמיליע מיטגלידער, איז ער אריין אין דער "ישיבת מאור הגולה" אין רוים, איטאליע, אויפגעשטעלט דורך הגה"צ רבי יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל, וואו ער האט געלערנט ביז שנת תש"ח, און נאכדעם איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, וואו ער איז געווארן א תלמוד מובהק פונעם וויזשניצער רבי דער אמרי חיים זצ"ל. ער האט עקסטער געלערנט אין דער ישיבה פון הגאון בעל שבט הלוי זצוק"ל.

אין שנת תשכ"ד איז ער פארבעטן געווארן צו קומען צו דער שטאט מאנטיווידעא אין דרום אמעריקע צו דינען דארט אלס רב, אבער די קהילה איז צוביסלעך צעפאלן און ווען אידן האבן זיך אוועקגעצויגן – און דער רב איז פארבליבן אן קיין מנין, איז דער רב זצ"ל אויך אוועקגעפארן.

אין שנת תשמ"ח איז דער רב פארבעטן געווארן צו קומען דינען אלס רב אין דער קהילה "עדת ישראל" אין מעלבוירן, אויסטראליע, וואו ער האט געדינט אלס רב פאר דרייסיג יאר, פירנדיג די קהילה על מי מנוחות, און באוויזן אויסצוברייטערן די קהילה, סיי אין כמות און סיי אין איכות, פארלאנגענדיג שטענדיג אהערצושטעלן בעסערע כשרות, שחיטה, מוסדות התורה, חסד ארגאניזאציעס, און אלעס ארום.

דער רב זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיינע הערליכע דרשות ודברי תורה, וועלכע זענען געווען געפלאכטן מיט גאונות און בקיאות אין תורה, אינאיינעם מיט ווארימקייט און התעוררות צו עבודת ה'. פיל פון זיינע דרשות זענען אין לויף פון די יארן צוזאמגענומען געווארן און ערשינען אינעם חיבור "ויצב אברהם", וועלכע פארבלייבט א טייערע ירושה פאר כלל ישראל.

דער רב זצ"ל לאזט איבער טייערע קינדער שליט"א, פילע אייניקלעך און אור-אייניקלעך, און אויסער דעם די הונדערטער מעלבוירנער אידן, וועלכע האבן פאררעכנט דעם רב זצ"ל ווי זייער פאטער פאר צענדליגער יארן, און זענען נאכנישט געקומען צו זיך פון זיין פלוצימדיגעער צעשיידונג מיט עטליכע וואכן צוריק, און יעצט זיין פלוצימדיגער פטירה לחיי העולם הבא.

המה הלכו למנוחות, ואותנו עזבו לאנחות. זכר צדיק לברכה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל