טעהראן – דער איראנער פרעזידענט, כאסאן רוכאני, וועט אין די קומענדיגע וואכן אפשטאטן באזוכן אין עטליכע נייטראלע אייראפעאישע לענדער, שווייץ און עסטרייך, וואס קומט נאכדעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און צוריקגעשטעלט די סאנקציעס. די שווייצער רעגירונג זאגט אז רוכאני וועט קומען מיט איראנער ביזנעסלייט און אויך רעגירונג באאמטע, הויפטזעכטליך דער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף, וועלכער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין בכלל צוזאמשטעלן דעם נוקלעארן דיעל אין יאר 2015. שווייץ זאגט אז רוכאני'ס באזוך וועט טאקע בעיקר זיין קאנצענטרירט ארום דעם איראן דיעל, מיט'ן ציל צו טרעפן א וועג וויאזוי אנצוהאלטן ווייטער דעם דיעל צווישן איראן און די איבריגע לענדער, אפילו אהן אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל