תל אביב – א געוועזענער מיניסטער און מיטגליד אין ציוניסטישן כנסת המינים, גונן שגב, איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס די איזראעלישע שפיאנאזש באאמטע האבן געזאגט אז זיי האבן אויפגעדעקט אז ער האט שפיאנירט פאר איראן. שגב וואוינט שוין עטליכע יאר אין ניגעריע, און עטליכע וואכן צוריק ביים פרובירן צו פארן צום אפריקאנער לאנד גיני, האט מען אים נישט דארט אריינגעלאזט צוליב זיין קרימינאלער היסטאריע, נאר מ'האט אים אנשטאט דעפארטירט קיין מדינת ישראל, וואו ער איז ארעסטירט געווארן ביים לאנדן. עס זענען פארהאן קראנטע באווייזן אז שגב איז געווען אין פארבינדונג מיט איראנער באאמטע און געוואלט פאר זיי איבערגעבן האקעלע אינפארמאציע. שגב טענה'ט אז ער האט דאס געטאן, וועלנדיג עווענטועל טשעפען איראן'ס אינטערעסן.
הוסף רשומת תגובה