ניו דזשערסי – גרויסע חסדי ה' האט מען נעכטן מיטגעלעבט אין דער שטאט לעיקוואוד, וואו צוויי חדר יונגלעך זענען אפגעפונען געווארן ב"ה אין א גוטן צושטאנד, נאכ'ן זיין פארשוואונדן פאר עטליכע שטונדן. ווי עס ווערט באריכטעט, האבן די צוויי יונגלעך, ברידער אין עלטער פון 7 און 8 יאר, פארשפעטיגט דעם באס צום "לעיקוואוד חדר" מוסד, און קלערנדיג אז זיי וועלן קענען כאפן דעם באס אויף דער אנדערער גאס, זענען זיי דורכגעלאפן דעם וואלד. למעשה זענען זיי שטעקן-געבליבן אין וואלד, און פאר 4 און א האלב שעה, פון 8:30 ביז בערך 1:00 נאכמיטאג, האט מען נישט געוואוסט וואו זיי זענען, און א מאסיווע זוך אקציע איז אונטערגענומען געווארן. פאליציי אינאיינעם מיט אידישע וואלונטירן האבן געזוכט, ביז מ'האט זיי ענדליך אפגעפונען, ב"ה אין א גוטן צושטאנד, בלויז פארשוויצט פון די ביטערע היצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל