ענגלאנד – א שרעקעדיגער אינצידענט האט פאסירט זונטאג נאכט אין סטעמפארד היל, לאנדאן, וואו א פרוי איז נאכגעלאפן יונגע בחורים אין דער אידישער געגנט מיט א מעסער, שרייענדיג "איך וויל הרג'נען אייך אלע אידן!" די בחורים זענען נאכוואס ארויסגעקומען פון א שוהל, ווען די פרוי האט זיי אנגעהויבן נאכלויפן, און ס'האט געשאפן אן ערנסטע שרעק און פאניק. די שומרים און פאליציי זענען אלארמירט געווארן, און שומרים וואלונטירן האבן באוויזן אראפצוהאלטן די פרוי איידער זי האט עמיצן געקענט שעדיגן, ביז די פאליציי האבן איר ארעסטירט. שומרים זאגט אז די פרוי וועט דורכגיין א גייסטישע אונטערזוכונג, און די פאליציי פארשן צי זי האט געהאט טאקע אנטיסעמיטישע מאטיוון, אדער איז בלויז גייסטיש-אומגעזונט.
הוסף רשומת תגובה