וואשינגטאן – א פרישע פאליטישע שאק-אנקעטע צייגט, אז מער רעפובליקאנער האבן א פאזיטיוון בליק אויפ'ן ברוטאלן צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן, ווי וויפיהל רעפובליקאנער עס האבן א פאזיטיוון בליק אויף די דעמאקראטישע קאנגרעס מינאריטעט פארזיצערין נענסי פעלאסי. די נייע אנקעטע, צוזאמגעשטעלט דורך "איפסאס און די דעילי ביעסט", צייגט אז ניינצן פראצענט רעפובליקאנער האבן פאזיטיווע זאכן צו זאגן אויף קים יאנג אן, און בלויז זיבעצן פראצענט האבן פאזיטיווע זאכן צו זאגן אויף פעלאסי. אנאליסטן זאגן אז דאס איז טאקע בלויז איין אנקעטע, אבער עס צייגט ווי ווייט היציג פאליטיק אין אמעריקע איז היינט צוטאגס, און אויך ווי אפעקטיוו טראמפ'ס פאליסיס און פאליטישער צוגאנג גרייכט, אז עס האט א שטארקן אפעקט אויפ'ן פאלק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל