וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן אורטיילן אויף צוויי וויכטיגע פאליטישע קעיסעס. די קעיסעס אנטהאלטן טענות פון ביידע פאליטישע פארטייען אין אמעריקע, איבער'ן וועג וויאזוי די דיסטריקטס אין פארשידענע סטעיטס ווערן איינגעטיילט מיט פאליטישע מאטיוון, צו פארזיכערן אז די קעגנערישע פארטיי זאל נישט האבן די מעגליכקייט אפילו צו געווינען פארשידענע דיסטריקטס. אין מערילאנד האבן רעפובליקאנער געקלאגט, אז דעמאקראטן האבן איינגעטיילט דיסטריקטס צו דיסקרימינירן פאליטיש קעגן רעפובליקאנער, און אין וויסקאנסין האבן דעמאקראטן געקלאגט די רעפובליקאנער אויף ענליכע שריט. מיט'ן ארויסווארפן ביידע קעיסעס, דורכ'ן זאגן אז די אנקלעגער האבן נישט געברענגט גענוג באווייזן, האט דער סופרים קאורט געגעבן א געווינס פאר ביידע פארטייען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל