וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א פארארדענונג, אז דער פענטאגאן זאל גרינדן א נייע "ספעיס פארס", וועלכע וועט זיין א נייע מיליטערישע אפטיילונג ספעציעל געצילט פאר ספעיס אנגעלעגנהייטן. טראמפ'ס פלאן, וואס באדייט א פולקאמע זעקסטע פליגל צו דעם אמעריקאנער מיליטער, איז אז אמעריקע זאל אראפשטעלן א מיליטערישן פוס אין די הויכע רוימען, צו זיין פאראויס פון אלע אנדערע לענדער, און צו האבן די מעגליכקייט דורכצופירן מיליטערישע שריט פון ספעיס.
די גענויע פונקציעס פון די "ספעיס פארס" זענען דערווייל נישט קלאר, אבער די אמעריקאנער ספעיס אינדוסטריע שטיצט דעם פלאן זייער שטארק, טראץ וואס מיליטערישע באאמטע און בודזשעט עקספערטן ווארענען, אז ס'וועט אויפשוועלן דעם מיליטערישן בודזשעט.

הוסף רשומת תגובה