וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן אראפגעשטעלט א פוס, און טראץ וואס די קריטיק קעגן איר פאליסי פון צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביי דער גרעניץ ווערט אראפגעריסן פון אלע זייטן, דורך פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, האט די אדמיניסטראציע קלארגעשטעלט אז דערווייל וועט זיך גארנישט טוישן. צווישן פרישע קריטיקירער וואס מ'האט נעכטן געהערט, איז געווען א כמו-געמיינזאמע סטעיטמענט פון די פרעזידענטליכע בוש, אבאמא און קלינטאן פאמיליעס, אראפצורייסן טראמפ'ס פאליסי אלס "רשעות'דיג און אומאמעריקאניש", אבער טראמפ האט געזאגט אז ס'איז נישטא קיין ברירה, ווייל ער וויל נישט אז אמעריקע "זאל פארוואנדלט ווערן אלס א פליטים לאגער".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל