וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן אומדירעקט געגעבן אנערקענונג פאר "קריפטא-וואלוטע", דאס זענען די אינטערנעט-געטריבענע געלטער א שטייגער ווי "ביטקוין". די אנערקענונג איז געקומען ווען די פעדעראלע עטיקס אפיס האט געווארנט, אז פעדעראלע איינגעשטעלטע מוזן ארויסשרייבן סיי וועלכע אינוועסטמענטס אין קריפטא-וואלוטע, און אויך טארן זיי נישט נוצן רעגירונג אינפארמאציע וואס דער פובליק ווייסט נאכנישט, אויף רייך צו ווערן פון קריפטא-וואלוטע. דער עטיקס אפיס האט געגעבן צו פארשטיין אז דאס איז וויבאלד די פעדעראלע רעגירונג באטראכט קריפטא-וואלוטע אלס די זעלבע זאך ווי געהעריגע געלט. ביטקוין ליבהאבער האבן אויסגעדרוקט פרייד, אבער עכטע אינוועסטירער האבן אויסגעדרוקט זארג, ווייל ס'צייגט אז די רעגירונג גרייט זיך צו שטעלן געהעריגע פינאנציעלע רעגולאציעס און צוימונגען אויף ביטקוין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל