אלבאני – די באקאנטע "בעיר מאונטעין" בריק, וועלכע לויפט העכער'ן האדסאן ריווער, האט אפיציעל באקומען א נייעם נאמען, און וועט פון היינט און ווייטער הייסן "די פוירפל הארטס וועטעראנס מעמאריעל בריק" – אין עהרע פון אלע וועטעראנען פון דעם אמעריקאנער מיליטער וועלכע פארמאגן דעם "פוירפל הארץ" מעדאל, א צייכן אז זיי זענען פארוואונדעט געווארן אין שלאכט. דער ביל צו טוישן דעם נאמען פון דער בריק, איז געספאנסערט געווארן דורכ'ן צווייטן וועלט קריג וועטעראן ביל לארקין, א סטעיט סענאטאר פון אפסטעיט ניו יארק, און עס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סטעיט סענאט און אסעמבלי. די שילדן וועלן אין די קומענדיגע טעג געטוישט ווערן.

הוסף רשומת תגובה