בריסל - עלטערן אין דער גוי׳אישער וועלט, וועלכע מוטשעט זיך מיט דער מגיפה פון טעכנאלאגישע כלים וואס רויבן ממש אוועק די קינדער פון זייערע אייגענע לעבנס, פלאגן זיך שוין לאנג אויפצוקומען מיט וועגן וויאזוי אפצורייסן זייערע קינדער פון די פארשידענע דיגיטאלע געימס, און אצינד וועלן די עלטערן האבן די מעגליכקייט צו באקומען אינשורענס-געדעקטע הילף פאר אזעלכע קינדער. דאס קומט נאכדעם וואס די יו-ען וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט אפיציעל אנערקענט ״געימינג עדיקשאן״ אלס א גייסטישע קראנקהייט, זאגנדיג אז די וועלכע ליידן עכט דערפון, קענען זיצן און שפילן 20 שעה אין א צי, און פארגעסן צו עסן אדער שלאפן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל