ניו יארק - א טייערער רינגל וועלכער איז אנטרינען געווארן פון אירע אייגנטימער ביים וואסער-ברעג אין פייער איילענד, ניו יארק, איז אפגעפונען געווארן אויף אן אינטערעסאנטן וועג. די פאמיליע האט באריכטעט פאר דער לאקאלער פאליציי, אז א 20 טויזנט דאלערדיגער רינגל איז פארשוואונדן געווארן און זיי קענען עס נישט טרעפן, וויפיל זיי זוכן נאר. האט די פאליציי אראפגעברענגט א ״מעטאל דעטעקטאר״, וועלכע ווערט געווענליך גענוצט אויפצוכאפן גאנס אדער אנדערע שעדליכע זאכן ביי פאליציי אפעראציעס, און נאך בלויז 10 מינוט זוכן אין זאמד, האט דער דעטעקטאר זיך צעקלינגען און דער רינגל איז אפגעפונען געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל