ווענעזועלע פרעזידענט ניקאלעס מאדורא לעבט איבער אטענטאט פריוו דורך א דראון אטאקע; מאדורא אדרעסירט דאס פאלק און זאגט אז ער איז אין ארדענונג; באשולדיגט אפאזיציע און דער קאלאמביע רעגירונג אין דער אטאקע



א גאר דראמאטישע פאסירונג האט נעכטן פאסירט אין ווענוזועלע, אין דער הויפטשטאט קאראקאס, ווען א פילאטלאזע דראון האט פראבירט דורכצופירן א אסעסענאציע פריוו אויף פרעזידענט ניקאלעס מאדורא, בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן געבן א פלאמפייערדיגע רעדע, וואס ער האט געגעבן לכבוד א מיליטערישע פאראדע וואס איז פארגעקומען אינעם הויפטשטאט קאראקאס, פארנט פון די גאנצע רעגירונג און קאבינעט און טויזענטער אנוועזענדע סאלדאטן. דער אטענטאט פריוו איז למעשה געווען א גרויסע דורכפאל, ווען עס איז נישט געלונגען פאר די אטאקירער צו אומברענגען אפילו איין הויכראנגיקער באאמטער פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורא רעגירונג, אפגערעדט פונעם פאקט אז פרעזידענט מאדורא אליין איז געזונט און פריש, און האט אויפגעטרעטן פארן פאלק באלד נאכן אטענטאט פריוו, און האט קודם כל באשטעטיגט פארן פאלק אז ער איז געזונט און פולקאם ביי די כוחות, און אז ער שטייט ווייטער גרייט מיט די פולסטע וואזאמקייט און אלערט ביים שפיץ פון די רעגירונג, און צווייטענס האט ער פארשפראכן אז זיין רעגירונג וועט נישט רוען ביז ווילאנג מען וועט פונקליך ארויסהאבן ווער עס איז געשטאנען אונטער דער שעדליכע אטאקע, און אז ער וועט זיך ביטער אפרעכענען מיט זיי.

דער אטאקע איז פארגעקומען אינעם הויפט שטאט קאראקאס שבת קודש שפעט נאכמיטאג, ווען עס איז געפייערט געווארן אינעם צענטער פון שטאט א פולע מיליטערישע פאראדע, דער פאראדע איז פארגעקומען אפצוצייכענען הונדערט יאר פון ווען עס איז געגרינדעט געווארן ווענעזועלע'ס 'נאשענעל גארד' איינהייט, און איז אין ליכט פון דעם פארגעקומען מיטן גאנצן פראכט און גלאנץ, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר איינמאליגע מיליטערישע פאראדע, עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער עליטע גענעראלן אין אפיצירן, און טויזענטער אינפארטאריע "נאשענעל גארד" סאלדאטן. דער פאראדע איז פארגעקומען אינעם באוויסטע "שאוועס סקווער" אין צענטער פון שטאט, גערופן אויפן נאמען פונעם לאנג יעריגן פירער פון ווענעזועלע פרעזידענט 'יוגא שאוועס'. די וואך און סעקיורעטי ביים פאראדע איז געווען אויף די העכסטע שטאפלען, צוליב דער וואקסענדע אנגעצויגענקייט מיט די אפאזיציע כוחות וואס האלטן זיך נישט צוריק פון דורכפירן געוואלדאטן. אויפן הויפט גאס פארנט פונעם קעניגליכן פאלאץ אין קאראקאס איז געווען אויפגעשטעלט א קעניגליכע פלאטפארמע, וואס אויף דעם איז געזעצן די גאנצע רעגירונג אין שפיץ פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורא פערזענליך, צוזאמען מיט די העכסטע גענעראלן און אפיצירן פונעם ווענעזועלישן מיליטער, וואס האבן צוזאמען מיטן פרעזידענט געזאלט באאפאכטן דעם מיליטערישע פאראדע. פארענט פון דער פלאטפארמע איז געווען אויסגעשטעלט אין א מוסטערהאפטע ארדענונג, טויזענטער סאלדאטן פון דעם "נאשענעל גארד" איינהייט, און די האבן דורכגעפירט הערליכע מיליטערישע מארשן און פארשטעלונגען, לכבוד דעם פאראדע וואס טוט אפצייכענען זייער הונדערסטער יארטאג.

די פאראדע האט שוין געהאלטן ביים קומען צו א ענדע, די סאלדאטן האבן שוין געהאט געענדיגט מיט זייערע מארשן, אוטן מען האט שוין געהאט געהערט אלע רעדעס פון די הויכראנגיקע גענעראלן, און מען האט שוין געהאט באהערט וועם מען האט געדארפט באהערן מיט אויסצייכענונגן און מעדאלן, און דער אנפירער פונעם פאראדע האט אויסגערופן אז יעצט ווען מען הערן דעם שליסונג רעדע פונעם הויפט קאמאנדיר און פרעזידענט פונעם לאנד. באלד האט פרעזידענט מאדורא זיך אויפגעשטעלט פון פלאץ און איז געקומען צום פארנט פונעם סטעידזש ווי דער פאודיום איז געווען פלאצירט און האט אנגעהויבן זיין רעדע. אויף די פילמען פון די פאסירונג זעט מען און מען הערט, ווי גלייך ביים אנהייב פון זיין דרשה האט דער אטאקירענדע דראון שוין ארומקורסירט אין די הימלען, מען זעט ווי געוויסע גענעראלן באטראכטן דאס מיט גרויס אינטערעסע, און מען זעט ווי אפילו ניקאלעס מאדורא אליין געט א בליק אויף דעם און זאגט ווייטער זיין דרשה. ווי דער רעגירונג ווארטזאגער איז מסביר שפעטער אין זיין אויפטריט, האט דער פליענדער דראון נישט ארויסגערופן קיין שום פארדאכט ביי די אנוועזענדע, וויבאלד דער ווענעזועלע מיליטער פארמאגט פאקטיש א גאנצע פלאטע פון דראונ'ס צו איר דיספאזיציע, און איז צוליב דעם נישט געווען אויפפאלענד ביי די אויגן פון די הויפטן פון לאנד, טראכטענדיג אז דער דראון איז א חלק פון די שטארקע וואך וואס איז פארגעקומען ביים פאראדע.

ממש ביים סאמע שפיץ פון זיין רעדע, ווען ניקאלעס האט זיך געהאלטן אימיטן שטארק צופייערן, האט דער דראון אנגעהויבן אויסצושיסן קוילן אויף דער פלאטפארמע, די קוילן האבן נישט געטראפן אויף די פלאטפארמע זעלבסט נאר אויף די זייט דארט ווי די קעניגליכע אטאמאבילן זענען געווען פלאצירט, רוב מענטשן אויפן פלאטפארמע האבן אפילו נישט געכאפט אז עפעס איז פארגעקומען, זיי האבן בלויז געהערט א שטארקע רעש און גערודער, אבער האבן זיך נישט פארגעשטעלט אז מען רעדט דא פון א אסעסענאציע פריוו, דער ערשטע וואס האט אנגעהויבן צו כאפן אז דאס איז א אטאקע איז געווען דער ווייב פון פרעזידענט מאדורא וואס איז געשטאנען לעבן איר מאן, זי האט תיכף אלאמירט דעם פרעזידענט'ס לייב וועכטער, וואס האבן תיכף ארויפגעשפרינגען אויף פרעזידענט פאדורא און אים אראפגעפירט פון דער פלאטפארמע, ביי דעם פונקט האבן די אטאקירער איינגעזען אז זיי זענען דורכגעפאלן מיט דעם אטענטאט פריוו, און זיי האבן אפגעטראגן פון דארט מיט א שנעלקייט. זעט זיך אויס אז די שיסער זענען נישט געווען געשולדעט בכלל, וויבאלד ניקאלעס איז געשטאנען ממש ביים סאמע פארנט פון דער פלאטפארמע דארט ווי דער פאדיום איז געווען, און איז געווען גאר א לייכטע ציל, און דאך האבן זיי נישט באוויזן אים צו אומברענגן. אנדערע האבן שפעטער שפעקילירט אז די אטאקירער האבן דירעקט נישט אומגערענגט מאדורא, וואס וואלט זיך נישט גוט אנגערופן ביים פאלק, נאר האבן אים געוואלט שיקן א שארפע ווארענונג.

סך הכל האבן די אטאקירער אויסגעשאסן ארום 15 מאכטפולע קוילן פון ארום 4 מילימעטער די גרויס, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן פון די אטאקע, אויסער עטליכע אטאמאבילן פון דעם פרעזידענט'ס מאטארקאדע, איראניש איז, אז פרעזידענט ניקאלעס'ס אטאמאביל זעלבסט איז נישט אנגערירט געווארן. א קורצע צייט נאכן שיסעריי איז דער פרעזידענט ערשינען אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע, און שטארק פארדאמט די אטאקע אקעגן אים, און געזאגט אז ער איז פולשטענדיג ביי די כוחות און איז געזונט און פריש. ניקאלעס האט באשולדיגט די אפאזיציע אין דעם מארד פריוו אקעגן אים, און האט פארשפראכן א גאר הארטע און שטארקע האנט אקעגן די אפאזיציע פון היינט און ווייטער. ניקאלעס האט אויך באשולדיגט דער שכינות'דיגע פרעזידענט פון קלאמביע פרעזידענט 'מאנועל סאנטאס' און מיטארבעטן מיט די אפאזיציע אדורכצופירן די אטאקע.

ווי די רעגירונג שאצט, איז די אסעסענאציע פריוו אדורכגעפירט געווארן דורך די אפאזיציע כוחות, וואס באנוצט זיך לעצטענס מיט שטארקע געוואלדאטן אקעגן די רעגירונג אין א רייע גרויסע שטעט אין ווענעזועלע. די אפאזיציע באקומט הילף און שטיצע פון די שכינות'דיגע קאלאמביע רעגירונג, אין שפיץ פונעם פרעזידענט מאנועל סאנטאס, וואס איז גאר שטארק אויסגעשפראכן אקעגן דעם יעצטיגע פרעזידענט פון ווענעזועלע ניקאלעס מאדורא. אונטער פרעזידענט מאדורא'ס לינקע סאציאליסטישע פאליסיס, האט ווענעזועלע זיך דערקייקעלט פון א אמאליגע אויל רייכע לאנד, צו א חרוב'ע לאנד מיט חרוב'ע אינפאסטרוקטור און הונגער איבער אלע גאסן. דאס איז זייער משפיע אויף די שכינות'דיגע קאלאמביע, ווי פליטים פון ווענעזועלע כאפן זיך כסדר אריבער פאר פרנסה און שפייז. דעריבער ארבעט דער קאלאמביע רעגירונג האנט ביי האנט מיט דער אפאזיציע אין ווענעזועלע, ארונטער צו זעצן פרעזידענט ניקאלעס מאדורא פון זיין אמט מיט גוטענ'ס אדער מיט בייזענ'ס. עס זענען דא גאנצעטע געגענטער אין ווענעזועלע וואס ווערט פולשטענדיג קאנטראלירט דורך די אפאזיציע, דעריבער לאכן זיך אירע פירער אויס פון ניקאלעס'ס סטראשעכצער פאר נקמה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל