וואשינגטאן - דער וועג פאר ברעט קעווענאו צו ווערן נאמינירט צום סופרים-קאורט ריכטער האט זיך אביסל פארפלאנטערט. די נאציאנאלע-ארכיוון וואס האלט ריכטער'ס רעקארדס האט אינפארמירט דעם סענאט, אז עס קען נישט נאכקומען דעם פארלאנג פאר דאקומענטן ביז סוף אקטאבער נישט ווי דער סענאט האט פארלאנגט ביז אויגוסט 20.

די סענאט פירער האבן געבעטן צו זען קעווענאו'ס איבער א מיליאן אימעילס און פאפירן פון זיין צייט אלס פרעזידענט בוש'ס געהילף-לעגאלער ראטגעבער, און פון ווען ער איז נאמינירט געווארן אויפ'ן אפעלאט געריכט, אבער די סענאט פירער זאגן אז עס אוממעגליך צוצושטעלן אזויפיל דאקומענטן אין אזוי ווייניג צייט. עס ווערן יעצט פארלאנגט פיל מער פאפירן ווי ביי אנדערע סופרים-קאורט ריכטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל