פאליציי אין איטאליע זאגן אז כאטש צוויי זענען טויט און ביז 70 זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס א טאנקיר טראק טראגענדיג פלאַם-געפאַרפולע מאַטעריאַל האט אויפגעריסן אויף א שאסיי נעבן באָלאָניאַ

א טאנקיר-טראק טראגענדיג פלאם-געפארפולע מאַטעריאַל האט היינט אויפגעריסן נאכן אריינזעצן אין א אנדערע אפגעשטעלטע טראק אין א פארנומענע שאסיי נעבן די שטאט באָלאָניאַ, הרג'נדיג כאטש צוויי מענטשן, פארוואונדענדיג בערך 70, און פאראורזאכנדיג טייל פון די הויכע שאסיי צו צוזאמפאלן.

איטאליענער פאליציי זאגן אז צווישן 60 און 70 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, טייל מיט שווערע בראנד-וואונדן. עס זענען באריכטעט געווארן פליענדיגע גלאז גלייך נאך די אויפרייס, צוליב וואס פענצטערס זענען אויסגעשאסן געווארן פון דערנעבנדיגע געביידעס. פלאמען האבן ארויפגעשאסן אין די לופט, נאכפאלגענדיג מיט א דיקע שווארצע וואלקן פון רויך. עס האט גענומען עטליכע שטונדע צו פארלעשן די פייער.

די ווידיא ווייזט ווי די טאנקיר פארפאסט זיך אפצושטעלן, און זעצט אריין אין די אנדערע טראק אין פארנט פון אים. פלאמען האן גלייך אויפגעפלאקערט פון די קראך, אבער עס זעהט אויס ווי נאך א טראק האט דאן אריינגעזעצט אין די טאנקיר פון אונטן, און נישט לאנג נאכדעם איז נאכגעקומען א צווייטע גרעסערע אויפרייס.

א געוויסע אטאליענער נייעס אגענטור האט באריכטעט אז די טראק האט געטראגן רינעדיגע פעטראליום גאז, אבער די פאליציי האט דאס נישט געקענט באשטעטיגן.

בילד




אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל