פּראָפּאַגאַנדע רעדער אַלעקס דזשאָונס האט היינט געטראפן זיינע קאנטעס מיט די גרויסע סאשעל מידיא נעטווארקס אפגעשפארט, צוליב זיינע העצע און האסע שפראך.

ספאטיפיי איז באטראכט אלס די אודיא ווערסיע פון יו-טוב, א שוועדישע פירמע וואס לאזט ארויפשטעלן אודיא - געווענליך מוזיק - פאר אנדערע צו הערן. ספאטיפיי האט שוין אפגעשפארט די אינפאָו-וואָרס פאריגע וואך, צוליב די העסליכע רייד און די אומפארלעסליכע נאטור פון די שאו. הונדערטער עפיזאדן פון די פארשעמטע שאו, זענען אויסגעמעקט געווארן.

"אינפאָו-וואָרס" איז א ראדיקאלע אלט-רייט קאנספיראציע ראדיא-שאו מיט ריכטיגע פעיק-ניוז, ווי קיין אמת ווארט קומט בטעות נישט ארויס. איר אייגענטומער איז אלעקס דזשאָונס, וואס האט דאס געעפנט אין 1999.

צוויי יאהר צוריק האט דזשאָונס געהאלטן א רעדע (די לינק ארבעט אבער די ווידיא נישט, ווייל זי איז געווען גע'האוסט'ד דורך יו-טוב) פון איבער א שעה (פון זיינע קורצסטע...), ווי ער האט "אויפגעוויזן" אז מדינת ישראל האט דורכגעפירט די ניין עלעווען אטאקע. אין די זעלבע צייט-אפשניט, האט ער געגעבן א רעדע איבער די ראטשילד פאמיליע, אז זיי קאנטראלירן די וועלט, זענען קרימינאלן, באזעצט קנעכט, און נוצן שדים און רוחות פאר זייערע טונקלע אקטיוויטעטן. נישט לאנג שפעטער האט ער גערעדט איבער די עמאנועל ברידערס, וואס פירן א "אידישע מאפיא".

אין א אינטערוויו מיט דעם אידיש-אפשטאמיקער האווארד שטערן, האט דזשאָונס געזאגט אז זיין ווייב איז [ליידער] א איד, און האט דערציילט אז די נאציס האסן אים (וואס איז נישט אמת), כאטש וואס ער פרעדיגט די זעלבע טעמעס ווי זיי (זיינע אייגענע ווערטער), ווייל זיי זעען אים אלס א קאָנקורענץ...

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז ער האט פארציילט פאר די דייטשע "שפיגל" אז ער רעדט כסדר מיט טראמפ, איבער "געמיינזאמע צילן"... און צו "צושטערן די שונאים"...

פעיסבוק האט היינט פארעפנטליכט אז די פיר פעידזשעס וואס געהערן צו דזשאָונס זענען פארשפארט געווארן, ווייל זיי האבן איגנארירט די סאשעל מידיא'ס פאליסי קעגן "העיט ספיטש" (העסליכע רעדעס). דאס איז געקומען א טאג נאכדעם וואס עפל האט זונטאג געמאלדן אז זי האט אויסגעמעקט אלע אינפאָו-וואָרס עפיזאדן פון די אייטונס (iTunes) און פאַדקעסט (podcast) סערווערס.

נישט לאנג שפעטער האט יו-טוב נאכגעפאלגט, מיט'ן מעלדן אז אלע קאנטעס פארבינדן מיט אינפאָו-וואָרס אדער דזשאָונס ווערן זאפארט פארשפארט און אויסגעמעקט.

כאטש וואס די געמיינזאמע שריט ווערן באטראכט דורך די רעכטע פאליטישע לאגער אלס אגרעסיוו און א אומרעכט קעגן פרייע-רעדע (free speech), זעען אנדערע דאס גאר ווי "צו ווייניג און צו שפעט", צוליב די שטאטע אפרוף פון די פירמעס נאך אזויפיהל טענות אז זיי זאלן נעמען שריט קעגן די פעיק ניוז עפּידעמיע.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל